הזמן שנותר

00
סקונדעס
00
מינוט
00
שעות
00
טאג

הסכום שגויס עד כה

₪0

0%

מתוך יעד של

₪1,500,000

השלם - מאמץ אחרון להשגת הכפלה
הכפלת כל התרומות בסכום של פחות מ₪2,000 שנכנסו מהשעה 21:50 עד להגעה ליעד ההכפלה ₪100,000
עד כה נתרם 170,167 ₪ מתוך היעד להכפלה 100,000 ₪
100%

אין יאהר תשע"א, האבן מיר זוכה געווען חונך זיין דעם היכל בית המדרש "בית פנחס" אשדוד, וואס איז ברוך השם א שיין בעלזער ווינקל, א מקום תורה ותפילה, א תל תלפיות פאר דעם גאנצען געגענט.

 

פון דעמאלט ביז היינט – צען יאר - האט מען געווארט און געשטרעבט צו דעם השלם זה הבניין, צי ענדיגען דעם אריינגאנג, צו בויען די זייטען שטיבלעך פאר די מערע מניינים, בויען דעם גרויסען מקוה טהרה (וועלכע וועט זיין אויך צו געשטעלט פאר עלטערע און אינוואליד), און אזוי אויך ענדיגט מען צו דעם 'אגף החסד' – א שמחה זאל, און א קאך פאר מתנדבי 'שוש אשיש'.

 

די גבאים זענען אריין צו כ"ק מרן דער רב שליט"א פרעגען וועגן דעם המשך, האט דער מרן שליט"א באפוילען מאכן דעם הרחבה אויפן ברייטסטען פארמאט.

 

ווען די עסקנים האבן געזאגט אז דאס מיינט אריינטאנצען און ריזיגע סאמען, האט זיך כ"ק מרן שליט"א אנגערופען: "אריין טאנצען איז גוט"...

 

עשינו כאשר נצטווינו. מיר זענען אריין געטאנצן אין די וואסער, מען ווארפט זיך אריין אין די גרויסען באדזשעט, און מ'איז משלים דעם גאנצען בניין.

 

די מתפללים האבען זיך מתנדב געווען מיט גרויסע סכומים (ביז היינט - 15 מיליון₪). איצט דארפען מיר אן הילף פון אייך גוטע פריינד, איר זאלט אונז העלפען און זיך משתתף זיין מיט אייערע נדבת לב.

 

מען האט באשטומט די טעג מאנטיק און דינסטאג כד-כה תשרי, אויף א מגבית ביי אוהבי תורה וחסד, ידידים און אוהבים של ציבור המתפללים. און מען ווארט און מ'האפט אונזערע גוטע פריינד זאלן זיך ווארום אנרופן און געבן זייערע תרומת השם למען בית השם.

 

זכות התורה והתפילה, הטהרה וגמילות החסדים וואס וועט ארויס פון דעם בית גדול וקדוש בע"ה לאנגע יארן, און זכות רבותינו הקדושים מבעלזא וואס דער מקום טראגט זייער הייליגער פאן, וברכות ועתירות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועלן א וודאי שטיין לימין המסייעים והשותפים, און איר זאלט ווערן געוונטשט מיט א גוט געבענשט יאר, וימלא הקב"ה כל משאלות לבכם לטובה ולברכה.

 

א יישר כח.